3/31/2008

אין זימבאבווע גייט מען מיט קאפלעך?


איך קוק מיר היינט די נייעס אויף גוגל און איך ווער געוואר אז די תימנ'ע פון אונזער שטעטל זענען גאר אפגעפלויגן קיין זימבאבווע און ארבעטן ביי די וואלן דארט.

א קליינע וועלט!...

3/30/2008

נאך א פארריקטער אויף די וועלט


צו זיין א פאפולערע טיפש היינטיגע צייטן פעלט זיך נישט אויס קיין זאך. אפילו א שטיקל אצטלא דרבנן אויף א פרויען קלייד קען אייך נעמען ביז צו די העכסטע שטאפלען אויפן לייטער פון אנגעזעענע פערזענליכקייטן.

דאס מאל האנדלט זיך פון עפעס א צודרייטן וואס האט באשלאסן אז צו הייסן א טאפ-רעיטעד דעזיינער פעלט זיך אויס צו אנקלעבן א לאטע צוויי פון די גמרא אויף די בגדי צבעונין.

וויאזוי האט יענער געזאגט? נאך א משוגענעם!

3/19/2008

פאקס ניוז איז שוין אדע-אדע-לויאדא....

דער רעפובליקאנער זשאן מעקעין האט ווי עס זעט זיך אויס אויפגעכאפט עפעס ווערטער אין זיין באזוך אין ארץ ישראל, און ער האט עס איבערגעגעבן פאר זיינע פריינט אין פאקס ניוז. אומר ושותה, אנגעטרונקען ווי לוט האבן די חברה דארט ארויפגעלייגט א נארישע נייעס אזוי אז אלע אינגעלייט וואס זיצן אויפן אינטערנעט זאלן קענען לאכן אין די פויסטן פון זייער ביטערן טעות.

לייענט גוט דורך דעם נייעס און כאפט א לאך לכבוד פורים...

קינדער אין שדרות פארשטעלן זיך פאר קאסאם מיסילס


עס איז גאר נישט קיין וויץ. קינדער אין די שטאט שדרות, וואס ליידט פון די אראבישע קאסאם ראקעטס וואס הערן נישט אויף צו ארויסגעשאסן ווערן דורך די ממזרים, טוען זיך פארשטעלן לכבוד פורים פאר קאסאם מיסילס!

א אידישע קאפ.

סאודיע אראביע: קול קורא - ווערסיע 2008




און אז מען דערמאנט שוין די נשים אין סאודיע אראביע איז אויך ראטזאם צו ערווענען א קול קורא ווידיאו וואס איז לעצטנס ערשינען אויפן אינטערנעט וואס רופט די רעגירונג אין סאודיע אראביע צו אויפהערן מיט זייער פארבאט אויף די פרויען צו דרייוון.

די ווידיאו איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א פרוי וואס האט א דרייווערס לייסענס אבער איז נישט ערלויבט צו פירן איר קאר נאר אין אומבאוואוינטע געגענטער און ביינאכט.

אבישי בילט און דער פערד פארט ווייטער

דער פארריקטער אבישי, אין זיין אפגעריסענע שמוץ בלאט, שעלט היינט קעגן מיין בלאג און זאגט אז מיר טוען אויסרימען די ארונישע סייטס ווי אידישע וועלט און היימישע קרעטשמע.

אלזא, אים צו אפענטפערן וועלן איך דאך מוזן מקיים זיין וואס דער נביא זאגט, עם נבר תתברר, (מאכט רש"י: פון אן אבישי טוה זיך אפווישן) און אויסשרייען הויך אין די גאסן אז ס'זאל אריינגיין אפילו אין זיינע וואקסענע אויערן: שייגעץ ארויס.

איך פארשטיי אז ער שעלט דעם טאג אז זיין תלוש'דיגע וועקי איז קיינמאל צושטאנד געקומען און ער איז ארויסגע'זרק'עט געווארן פון דארט מיט ציין און אויג, און אלע זיינע חלומות צו ווערן א בר הכי אויפן אינטערנעט זענען פארוואנדלט געווארן אין א זייפן בלאז ווען אידישע וועלט האט זיך געעפנט און האט אים געוויזן אז ער איז ווערט כקליפת השום. די זעלבע זאך האט אים שטארק געשטערט די היימישע קרעטשמע וואס איז נישט געגאנגען אין שטראם מיט זיינע היידפארק שמוץ זעקלעך.

פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאודיע אראביע עפנט עזרת נשים האטעל


אין סאודיע אראביע, וועלכע האט בערך די זעלבע געזעצן ווי ביי אונז אין מאנדרא, האט מען ערפינדן א געניאלע איינפאל וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן געזעץ וואס טוט פארבאטן פאר פרויען צו זיך דרייען מיט מענער.

א נייער רייכער האטעל איז געעפנט געווארן פאר פרויען וואס ווילן גיין אויף אביסל וואקאציע פון זייערע ברוטאלע מענער אבער קענען נישט גיין צו א געווענליכע האטעל וואו עס דרייען זיך מענער און כל דבר אסור.

די פרויען אין סאודיע אראביע, ווי אויך אין מאנדרא, זענען נישט ערלויבט צו דרייוון און זיך דרייען מיט מענער וואס זענען נישט פון איר פאמיליע.

3/18/2008

מטפס על ספסלי בית מדרש



איר זעט דעם ערשטן בילד? וואס זעט איר דא? עפעס א שד לויפן אויף די בענק, נישט וואר?

אלזא, קוקט אינעם צווייטן בילד וועט איר זיך איבערצייגן וויאזוי דער מענטש איז מטפס על ספסלי בית המדרש מיט אזא געניטע פונקטליכקייט.



(די בילדער זענען געכאפט געווארן אינעם
PS 37 אין די בראנקס(

העלד נומער 4: ברוך מרדכי לעבאוויטש

ברוך השם, אונזער דור איז געבענטשט מיט העלדן איינס ביי איינס. פון ווען איך האב געעפענט מיין בלאג איז מיר אריינגעקומען שוין עטליכע בליץ-פאסט בריוו פון אזעלכע וואס האבן זיך באקלאגט הלמאי זייער נאמען ווערט גארנישט דערמאנט.

עס איז נישט מעגליך צו דערמאנען אלע העלדן פון אונזער ברייטן אידנטום, אבער עס איז נישט מעגליך צו איבערשפרינגען א נייער העלד וואס איז אט נאר ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און האט אויך באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט און און די וועלט זאל איינזען זיין גרויסן טאלאנט.

אונזער העלד רופט זיך אויפן נאמען קאמארנא רבי. יא, גארנישט ווייניגער. בלויז פארן נאמען אליין קומט אים א גוט ווארט דורך דער פערד'ס קאפ פון מאנדרא. זיין צונאמען, די נאמען וואס ער נוצט אויף די פאפירן, איז ברוך מרדכי לעבאוויטש. ער איז דער ברודער פון ניקעלסבערגער רבי, א פיגור וואס פארדינט א באזונדערע ארטיקל פאר זיך פאר זיין היסטארישע העלדישקייט, וואס זיין צונאמען איז
מיכל לעבאוויטש.

אלזא, אונזער העלד איז געקומען צו די איינזעעניש אז ער ברויך זיך מגלה זיין פאר די וועלט, און נישט נאר פאר די גרויסע און ערוואקסענע נאר אויך פאר די פשוטי עם, ואת עמלינו אלו הבנים. דער מנובל דנן אפגעפירט געווארן אחר כבוד ביני עמודי דחד גדיא.

לאמיר האפן אז דארט וועט ער טרעפן זיינס גלייכן, מצא מין את מינו ובא לציון גואל.

נישט נאר רבי'ס מאכט מען נאך...



רעדנדיג פון שפילצייג, כאפט א בליק אויף דעם ווידיאו. איר ווייסט וועלכע בעל חי דאס איז?

אלזא, דאס איז גאר נישט קיין בעל חי נאר בלויז פלאסטיק, אייזן און אביסל כעמיקאלן. א ראבאט, אין אנדערע ווערטער.

מאנדרא שפילצייג ערפינדן פאר אלע יואליס

אויב ביסטו טאקע א ריכטיגער מאנדרא'ער וואס פירט ארום מיט א גרויסע גראבע עס. יו. ווי, הערט אויס הענעטי יעדן טאג, איז א שטארקע פעסטע יענקי פען און א אינטעליגענטער רעפובליקאנער, דאן מוזסט איר זיך אויך איינהאנדלען די קומענדיגע שפילצייג אין מאנדרא: א גרויסן רייסערישן האָמער וואס מ'קען דערמיט ארומרייטן כמו שצריך בלויז מיט דריק אויף א רעמאוט קאנטראל.

א'מחייה.

בחור, שא נא עיניך וראה

איך ווייס נישט וואס אין גמרא שטייט איבער די קעמלעך, אבער אין סאודיע אראביע איז מען גאנץ פרייליך צו זיך זעצן צו א זיצונג און באשליסן ווער איז די שענסטע מבין הגמלים.

אבי מען זאגט אז די אראבער זענען צוריקגעבליבן.

נאך א העלד: משה פאללאק

ווער איז דער פארריקטער משה פאללאק פון מאנטריאל וואס האט נישט געטראפן בעסערס וואס צו טון מיטן טאג ווי צו דראען מיט א באמבע אין JFK לופטפעלד?

און צו אייך, אידישע וועלט, איר מעגט ארויסשרייבן דעם נאמען ווי א נארמאלע מענטש. אז דער הינט האט נישט קיין טראפן שכל, זאל זיין נאמען אויך באוואוסט ווערן איבער די וועלט ווי די אנדערע העלדן פון אונזער דור.

3/17/2008

העלדן פון 2008: ליפא און דער קארפן קאפ

די שטאט דרייט זיך איבער, און עס לעבט זיך אין יעדן ווינקל. א קלייניגקייט? נישט יעדן טאג פאסירט דאס א אינגערמאן גייט אריין א רוח שטות אין קאפ און באשליסט אז אים שמעקט צו ערשיינען אין גארנישט וויייניגער ווי מיט א שיקסע. די קאווע שטיבלעך ווירבלען מיט פרייד און די קופקעס זענען אגאזשירט אין העפטיגע דעבאטעס איבער די כאראקטער פון אט דעם קארפן קאפ וואס האט באוויזן צו ווערן העלד נומער צוויי פון יאר 2008.

דער ערשטער העלד פונעם יאר ברויכן מיר דאך כלל נישט דערמאנען אלס א נייעס, וויבאלד עס איז דאך סייווי ברייט באוואוסט ביי אלע מאסן. פאר די וואס מישן נישט דעם חרדי'שן טאפ און פארשמירן זיך נישט די הענט מיט איר טשולענט זענען מיר אבער געצווינגען צו ערווענען זיין הייליג נאמען: ליפא שמעלצער.

ליפא איז אן קיין ספק דער העלד פון יאר 2008. יא, עס האט זיך געלוינט צו ווארטן פונעם גלינו מארצינו עפאכע ביז היינט און מיר האבן זיך שיין דערלעבט אז היינטיגע צייטן צו זיין א העלד ברויכסטו נישט טון קיין סאך ווי צו זיין גוט צורודערט. עס איז קיין גרויסע קונץ? אדרבא, באווייזט איר אזוינס צו פארדרייען א האלבע שטאט דעם קאפ און זיי איינרעדן אז דו גייסט איין מערץ 9 אויפדערנאכט זיך צולאזן ווי א ווילד אקס ערגעצוואו אין צענטער פון מאנהעטן. מ'וועט דיר אויסלאכן, און קיינער וועט פון דיר נישט וועלן הערן קיין כי היא מי.

לא כן ליפא! ער, מיט זיין גרויסן כוח השגעון, האט דאנקן גאט ברוך שמו באוויזן צו זיך צוציען א געוואלדיגע מאסן פון די היינטיגע פארדרייטע יוגענט. נישט נאר דאס, נאר ער האט אויך א האלב וויליאמסבורג איינגעשפאנט צו מאכן זיינע אפגעריסענע ווידיאוס.

אויב האסטו ארויסגערעדט א ווארט און נישט באלד איינגעשטימט אז ליפא איז "קיהל" ביסטו איינפאך נאאיוו און פאנאטיש. פארשטייסט דען נישט דעם אינטערעסאנטקייט פון זיין משוגע און אנדערש? טוסט זיך כלל נישט איבערצייגן אז ספיערס און דזשעקסאן קענען זיך איינשטעקן פאר אט דעם סקווירא אינגערמאן מיט די שוויציגע שטיוול? הא? ביסט טאקע אזא תלוש נישט צו משיג זיין דעם עמקות וואס ליגט אין יעדן "הו, הא" וואס גייט ארויס מפי עוללים ויונקים, פון דעם סאקער?

און גארנישט, שוין, פייין, גוט. דער עולם גולם שטייט מיט די עירפאנס אין די וואקסענע אויערן און די קעלבערנע אויגן שטארצן ארויס מיט עקסטאז צו הערן א צובראכן אינגל אין עלטער פון עטליכע דרייסיג יאר זיך אויסגעבן זיינע צובראכענע קינדער יארן. נאט בעד עט אלל, אשרינו שזכינו.

אבער לאמיר שנעל צוריקגיין צו אונזער קארפן קאפ איידער מיר פארלירן דעם תכשיט'ל. דא רעדט זיך פון גאר א הויכגעשפריצטער אקטיאר. נא, נישט סתם. איינער וואס איז געבוירן מיטן פאך אין די האנט, א מענטש פון "ארט", א אינגערמאן וואס אויב וואלט ער נישט אריינגעפאלן צו א פאמיליע אין וויליאמסבורג וואלט שעיקספיער געקענט אריינגעבן אן אפיציעלע באנקראפט פארלאנג. בקיצור, א תכשיט וואס האליוואד וואלט זיך ווען דערמיט געטשאטשקעט, אויב וואלטן זיי נאר געהאט די מיטלען אים צו אפירזוכן פון צווישן די אפגעריסענע פיש יאך אידן אין ברוקלין.

נו, מה עשה הקדוש בארעכהי? דער אינגערמאן האט גאט צו דאנקן אנערקענט אין זיינע וואונדערליכע טאלאנטן און האט אליין באשלאסן אז אם אין אני לי מי לי, אויב וועט ער זיך נישט אריינלייגן דערין קען זיין א חורבן פאר קומענדיגע דורות וואס וועלן האבן פארפאסט אזא גאלדענע געלעגנהייט.

ער האט זיך שטארק געצווייפלט אויב מעג ער פארשעמען טשאק נאריס און ברוס וויליס מיטן ארויסקומען אין די עפנטליכקייט. ער האט אבער ביי זיך אין הארץ געדענקט דעם רש"י אז הלכה בידוע אז עישו איז א שונא פאר יעקב'ן, אזוי אז דאס ברויך קיין שטער נישט זיין.

איך ווייס נישט וויפיל די בעל שם האט זיך געגרייט צו זיין גילוי, אבער אונזער קארפן קאפ האט אפגעראכטן גאנצע נעכט אין בית מדרש און זיך געגרייט צום געהויבענעם מעמד ווען ער וועט קענען אויסשרייען קבל תבל און א האלבע מלואה אז עוד עם ישראל חי און כי לא תשכח מפי זרעו, דער אויבערשטער פארלאזט זיך זיינע שעפעלעך, ווי אין פסוק שטייט שומר פתאים ה'.

מיט דחילו + רחימו האט דער בחור דנן זיך צונויפגעטראפן מיט די נוקבא וואס האט אים געזאלט פירן סולם העולה בית קייל און מיטן גאנצן טראגע האט ער אנגעהויבן פראקטיצירן קבלת מעשית. עס איז נישט געווען לייכט, וויבאלד עס איז אים אויסגעקומען סתירות צווישן נגלה און נסתר. כ'מיין, מ'ברויך בנגלה ווייזן פאר די וועלט אז מען איז געווארנט נישט צו רירן די צד שכנגד און פון אנדערע זייט איז דאך הנסתרות - דיינע תאוות - לה' אלוקינו, און נאך א מזל אזוי.

עס איז צום באדויערן אז דער פלאן וואס איז געוועבט געווארן דורך די שרפי מעלה איז נישט צושטאנד קומען ווען אפאר אומאויסגערעכנטע ווילי אידן האבן זיך געשטעלט אויף די צד פונעם שטן און האבן פארשטערט פונעם אידישן נאציאן צו עררייכן איר פארדינטע עהרע אין די סעקולארע וועלט.

איין זאך איז אבער זיכער, מיינע פריינט, כי לא תשכח מפי זרעו איז לכאורה יא מקויים געווארן ביים דעם קארפן קאפ.

אט. די צוויי העלדן פון יאר. זיי ברויכן נאר אריינגעבן א פאראייניגטע פארלאנג צו הייראטן איינער צום צווייטן. דאס וועט זיין די שפיץ פון זייער קאריערע. איך זאג נישט, זיי קענען אלעמאל "ארויסבעקן"...

אז יעדער האט ברויך איך אויך

אויב וועט איר טרעפן אמאל דעם פערד'ס קאפ אין שאפינג צענטער און אים א פרעג טאן "זאג, פערד, פארוואס האסטו געעפענט א בלאג?" וועט ער באלד רויט ווערן און וועט זיין גרויס רונדיגע אויגן איינשטעקן אין די געשפאלטענע פאדלאגע פון גרענד פוד אדער די טשאקאלאד-מילך אנגעשפריצטע וועגל וואס פירט דירעקט צום פארשטינקענעם פיש געשעפט זייטוועגס.

ער ווייסט זעלבסט נישט פארוואס ער האט דעם בלאג געעפענט און ער שפירט זיך פעסט, קיל און וויכטיג אז ער האט אויך א בלאג און איז א גברא בגוברין, א מענטש צווישן בשר ודגים. אקיצור, ככל הגויים בית ישראל, וויאזוי דער סבא קדישא פלעגט עס זאגן ביי די שאלעשידעס תורות.

איין זאך איז העכסט זיכער, די פארב איז ניי. נארוואס ארויסגעשטעלט דעם שיינעם שילד אויבן אן, און די רעדער זענען אנגעשמירט מיט פסח'דיגע שמאלץ אזשששש מ'איז גרייט זיך ארויסלאזן אינעם ווייטן וועג וואס גל באיה לא אשובין (ר"ת בלאג).

רבותי, אויב איר האט אנגעצויגן לייענען מיינע שטותים ביז הער, חילך לאורייתא. אז איר קענט לייענען אזויפיל און נישט וועלן הנאה האבן, איז דאך זיכער א קל וחומר...

לאמיר זיך הערן אין גוטן און אין פריידן.

שלום עליכם טייערע פריינט

א גוט יאר מיינע טייערע פריינט, אין יעדן לעכל וואו איר געפונט זיך ודי בכל אתר ואתר.

דאס פלאן איך זיך אויסגעבן מיין פעקל מחשבות וואס זעצן זיך אן אויף מיין שטויביגע געוויסן און האבן נישט די נויטיגע צאל אויערן צו איינגעזאפט ווערן.

אויף ווידערזעהן, פערדסקאפ.