3/18/2008

העלד נומער 4: ברוך מרדכי לעבאוויטש

ברוך השם, אונזער דור איז געבענטשט מיט העלדן איינס ביי איינס. פון ווען איך האב געעפענט מיין בלאג איז מיר אריינגעקומען שוין עטליכע בליץ-פאסט בריוו פון אזעלכע וואס האבן זיך באקלאגט הלמאי זייער נאמען ווערט גארנישט דערמאנט.

עס איז נישט מעגליך צו דערמאנען אלע העלדן פון אונזער ברייטן אידנטום, אבער עס איז נישט מעגליך צו איבערשפרינגען א נייער העלד וואס איז אט נאר ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און האט אויך באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט און און די וועלט זאל איינזען זיין גרויסן טאלאנט.

אונזער העלד רופט זיך אויפן נאמען קאמארנא רבי. יא, גארנישט ווייניגער. בלויז פארן נאמען אליין קומט אים א גוט ווארט דורך דער פערד'ס קאפ פון מאנדרא. זיין צונאמען, די נאמען וואס ער נוצט אויף די פאפירן, איז ברוך מרדכי לעבאוויטש. ער איז דער ברודער פון ניקעלסבערגער רבי, א פיגור וואס פארדינט א באזונדערע ארטיקל פאר זיך פאר זיין היסטארישע העלדישקייט, וואס זיין צונאמען איז
מיכל לעבאוויטש.

אלזא, אונזער העלד איז געקומען צו די איינזעעניש אז ער ברויך זיך מגלה זיין פאר די וועלט, און נישט נאר פאר די גרויסע און ערוואקסענע נאר אויך פאר די פשוטי עם, ואת עמלינו אלו הבנים. דער מנובל דנן אפגעפירט געווארן אחר כבוד ביני עמודי דחד גדיא.

לאמיר האפן אז דארט וועט ער טרעפן זיינס גלייכן, מצא מין את מינו ובא לציון גואל.

1 Comments:

At 4/13/2010 03:08:00 PM , Anonymous Anonymous said...

יא יא עס פון האנען אזעלכע מענטשן וואס האסען נישט קיין חלק לעולם הבא
די פריער שרייבער וואס האט זיך זיך צולאזט מיט זיין שמוציגן שרייב געצייג, האט קיינעםן נישט וויי געטון (עכ"פ נאך די גילוי דעת) אז ער איז פון די דאזיגע וואס טראגען נאר א שלייער פון אידישקייט, אבער זיי האבען ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט, והוא רחום יכפר עון

 

Post a Comment

Subscribe to Post Comments [Atom]

<< Home