3/17/2008

העלדן פון 2008: ליפא און דער קארפן קאפ

די שטאט דרייט זיך איבער, און עס לעבט זיך אין יעדן ווינקל. א קלייניגקייט? נישט יעדן טאג פאסירט דאס א אינגערמאן גייט אריין א רוח שטות אין קאפ און באשליסט אז אים שמעקט צו ערשיינען אין גארנישט וויייניגער ווי מיט א שיקסע. די קאווע שטיבלעך ווירבלען מיט פרייד און די קופקעס זענען אגאזשירט אין העפטיגע דעבאטעס איבער די כאראקטער פון אט דעם קארפן קאפ וואס האט באוויזן צו ווערן העלד נומער צוויי פון יאר 2008.

דער ערשטער העלד פונעם יאר ברויכן מיר דאך כלל נישט דערמאנען אלס א נייעס, וויבאלד עס איז דאך סייווי ברייט באוואוסט ביי אלע מאסן. פאר די וואס מישן נישט דעם חרדי'שן טאפ און פארשמירן זיך נישט די הענט מיט איר טשולענט זענען מיר אבער געצווינגען צו ערווענען זיין הייליג נאמען: ליפא שמעלצער.

ליפא איז אן קיין ספק דער העלד פון יאר 2008. יא, עס האט זיך געלוינט צו ווארטן פונעם גלינו מארצינו עפאכע ביז היינט און מיר האבן זיך שיין דערלעבט אז היינטיגע צייטן צו זיין א העלד ברויכסטו נישט טון קיין סאך ווי צו זיין גוט צורודערט. עס איז קיין גרויסע קונץ? אדרבא, באווייזט איר אזוינס צו פארדרייען א האלבע שטאט דעם קאפ און זיי איינרעדן אז דו גייסט איין מערץ 9 אויפדערנאכט זיך צולאזן ווי א ווילד אקס ערגעצוואו אין צענטער פון מאנהעטן. מ'וועט דיר אויסלאכן, און קיינער וועט פון דיר נישט וועלן הערן קיין כי היא מי.

לא כן ליפא! ער, מיט זיין גרויסן כוח השגעון, האט דאנקן גאט ברוך שמו באוויזן צו זיך צוציען א געוואלדיגע מאסן פון די היינטיגע פארדרייטע יוגענט. נישט נאר דאס, נאר ער האט אויך א האלב וויליאמסבורג איינגעשפאנט צו מאכן זיינע אפגעריסענע ווידיאוס.

אויב האסטו ארויסגערעדט א ווארט און נישט באלד איינגעשטימט אז ליפא איז "קיהל" ביסטו איינפאך נאאיוו און פאנאטיש. פארשטייסט דען נישט דעם אינטערעסאנטקייט פון זיין משוגע און אנדערש? טוסט זיך כלל נישט איבערצייגן אז ספיערס און דזשעקסאן קענען זיך איינשטעקן פאר אט דעם סקווירא אינגערמאן מיט די שוויציגע שטיוול? הא? ביסט טאקע אזא תלוש נישט צו משיג זיין דעם עמקות וואס ליגט אין יעדן "הו, הא" וואס גייט ארויס מפי עוללים ויונקים, פון דעם סאקער?

און גארנישט, שוין, פייין, גוט. דער עולם גולם שטייט מיט די עירפאנס אין די וואקסענע אויערן און די קעלבערנע אויגן שטארצן ארויס מיט עקסטאז צו הערן א צובראכן אינגל אין עלטער פון עטליכע דרייסיג יאר זיך אויסגעבן זיינע צובראכענע קינדער יארן. נאט בעד עט אלל, אשרינו שזכינו.

אבער לאמיר שנעל צוריקגיין צו אונזער קארפן קאפ איידער מיר פארלירן דעם תכשיט'ל. דא רעדט זיך פון גאר א הויכגעשפריצטער אקטיאר. נא, נישט סתם. איינער וואס איז געבוירן מיטן פאך אין די האנט, א מענטש פון "ארט", א אינגערמאן וואס אויב וואלט ער נישט אריינגעפאלן צו א פאמיליע אין וויליאמסבורג וואלט שעיקספיער געקענט אריינגעבן אן אפיציעלע באנקראפט פארלאנג. בקיצור, א תכשיט וואס האליוואד וואלט זיך ווען דערמיט געטשאטשקעט, אויב וואלטן זיי נאר געהאט די מיטלען אים צו אפירזוכן פון צווישן די אפגעריסענע פיש יאך אידן אין ברוקלין.

נו, מה עשה הקדוש בארעכהי? דער אינגערמאן האט גאט צו דאנקן אנערקענט אין זיינע וואונדערליכע טאלאנטן און האט אליין באשלאסן אז אם אין אני לי מי לי, אויב וועט ער זיך נישט אריינלייגן דערין קען זיין א חורבן פאר קומענדיגע דורות וואס וועלן האבן פארפאסט אזא גאלדענע געלעגנהייט.

ער האט זיך שטארק געצווייפלט אויב מעג ער פארשעמען טשאק נאריס און ברוס וויליס מיטן ארויסקומען אין די עפנטליכקייט. ער האט אבער ביי זיך אין הארץ געדענקט דעם רש"י אז הלכה בידוע אז עישו איז א שונא פאר יעקב'ן, אזוי אז דאס ברויך קיין שטער נישט זיין.

איך ווייס נישט וויפיל די בעל שם האט זיך געגרייט צו זיין גילוי, אבער אונזער קארפן קאפ האט אפגעראכטן גאנצע נעכט אין בית מדרש און זיך געגרייט צום געהויבענעם מעמד ווען ער וועט קענען אויסשרייען קבל תבל און א האלבע מלואה אז עוד עם ישראל חי און כי לא תשכח מפי זרעו, דער אויבערשטער פארלאזט זיך זיינע שעפעלעך, ווי אין פסוק שטייט שומר פתאים ה'.

מיט דחילו + רחימו האט דער בחור דנן זיך צונויפגעטראפן מיט די נוקבא וואס האט אים געזאלט פירן סולם העולה בית קייל און מיטן גאנצן טראגע האט ער אנגעהויבן פראקטיצירן קבלת מעשית. עס איז נישט געווען לייכט, וויבאלד עס איז אים אויסגעקומען סתירות צווישן נגלה און נסתר. כ'מיין, מ'ברויך בנגלה ווייזן פאר די וועלט אז מען איז געווארנט נישט צו רירן די צד שכנגד און פון אנדערע זייט איז דאך הנסתרות - דיינע תאוות - לה' אלוקינו, און נאך א מזל אזוי.

עס איז צום באדויערן אז דער פלאן וואס איז געוועבט געווארן דורך די שרפי מעלה איז נישט צושטאנד קומען ווען אפאר אומאויסגערעכנטע ווילי אידן האבן זיך געשטעלט אויף די צד פונעם שטן און האבן פארשטערט פונעם אידישן נאציאן צו עררייכן איר פארדינטע עהרע אין די סעקולארע וועלט.

איין זאך איז אבער זיכער, מיינע פריינט, כי לא תשכח מפי זרעו איז לכאורה יא מקויים געווארן ביים דעם קארפן קאפ.

אט. די צוויי העלדן פון יאר. זיי ברויכן נאר אריינגעבן א פאראייניגטע פארלאנג צו הייראטן איינער צום צווייטן. דאס וועט זיין די שפיץ פון זייער קאריערע. איך זאג נישט, זיי קענען אלעמאל "ארויסבעקן"...

0 Comments:

Post a Comment

Subscribe to Post Comments [Atom]

<< Home